מפרשי האוצר
חיפוש גוגל בפורום:

ספר אהבת תורה וחידושיו בחשבון המספר הפלאי 1820

מילתא דתמיהא, בשורת ספרים חדשים, עיטורי סופרים ומטפחת ספרים.
טברייני
הודעות: 845
הצטרף: ב' פברואר 29, 2016 8:59 am
מיקום: טבריה, ישראל
שם מלא: עמוס חדד

ספר אהבת תורה וחידושיו בחשבון המספר הפלאי 1820

הודעהעל ידי טברייני » ב' פברואר 29, 2016 9:21 am

ספר 'אהבת תורה' נדפס בפודגורזא בשנת תרס"ה ע"י המחבר ר' פנחס זלמן ב"ר יחיאל דוד סג"ל איש-הורוויץ מקראקא, ונדפסה עוה"פ במהדורת צילום בשנת תשס"ג עם מבוא קצר מר' שניאור זלמן ליימן.

על הספר מספר ליימן איך שחידושו של המחבר ליישב מאמר חז"ל שהפסוק 'דרש דרש משה' הוא חצי התורה בתיבות, ונעתקה תירוצו בשם ספר 'אור תורה' ומשו"ז נלאו רבים לאתר את הספר עיי"ש באריכות.

ועל המחבר מסכם הרב ליימן שכמעט ולא נמצא משהו אודותיו רק שה שאביו ר' יחיאל דוד שימש כדומ"ץ בעיר קראקא ושמצד אמו היה נכדו של מהר"י הורוויץ מהמבורג.
אולי יש פה מישהו שיודע פרטים נוספים על המחבר או על ספרו.

לבנון
הודעות: 990
הצטרף: א' ספטמבר 01, 2013 11:00 am

Re: ספר אהבת תורה

הודעהעל ידי לבנון » ב' פברואר 29, 2016 11:18 am

יש עליו ערך באנציקלופדיה לחכמי גליציה של וונדר. אין שם שום פרט נוסף עליו, מלבד זאת שהוא נולד בשנת ת"ר (משוער) ונפטר בי"ח תמוז תרס"ו.

טברייני
הודעות: 845
הצטרף: ב' פברואר 29, 2016 8:59 am
מיקום: טבריה, ישראל
שם מלא: עמוס חדד

Re: ספר אהבת תורה

הודעהעל ידי טברייני » ג' מרץ 01, 2016 9:01 am

תודה על העזרה

התכוונתי לשאול האם מישהו יודע עליו האם היה רב או סתם יהודי אוהב תורה?!
הספר שלו מדהים ביותר למעיין ולכן מעניין אותי לדעת פרטים על אישיותו...

פלגינן
הודעות: 3251
הצטרף: ג' יולי 17, 2012 10:46 pm

Re: ספר אהבת תורה

הודעהעל ידי פלגינן » ב' דצמבר 25, 2017 4:49 pm

שאלני יהודי יקר שכבר כמה ימים טורח לחשב חשבונותיו של ה'אהבת תורה' ונפלו פיתותיו בבורות שונים.
המחבר מונה שמות הוי"ה בכל פרשה, ולמעשה מתברר כי לא מיניה ולא מקצתיה. הוא כותב במפורש שכוונתו לשמות הוי"ה ואף בסוף יורד לחשבונות של מופעים שונים של השם, ובוודאי אינו מכליל מלים שמוסבות על ה'.
האם ידוע מהי שיטתו בחישוב זה?
שמא רש"ז ליימן שהספר נדפסה(!) על ידו, יידע לומר?

מה שנכון נכון
הודעות: 11953
הצטרף: ד' ינואר 29, 2014 10:37 am

Re: ספר אהבת תורה

הודעהעל ידי מה שנכון נכון » ב' דצמבר 25, 2017 5:04 pm

פלגינן כתב:שאלני יהודי יקר שכבר כמה ימים טורח לחשב חשבונותיו של ה'אהבת תורה' ונפלו פיתותיו בבורות שונים.
המחבר מונה שמות הוי"ה בכל פרשה, ולמעשה מתברר כי לא מיניה ולא מקצתיה. הוא כותב במפורש שכוונתו לשמות הוי"ה ואף בסוף יורד לחשבונות של מופעים שונים של השם, ובוודאי אינו מכליל מלים שמוסבות על ה'.

למשל?
במה שאני בדקתי הכל היה מדוייק.

פלגינן
הודעות: 3251
הצטרף: ג' יולי 17, 2012 10:46 pm

Re: ספר אהבת תורה

הודעהעל ידי פלגינן » ב' דצמבר 25, 2017 5:07 pm

מה שנכון נכון כתב:
פלגינן כתב:שאלני יהודי יקר שכבר כמה ימים טורח לחשב חשבונותיו של ה'אהבת תורה' ונפלו פיתותיו בבורות שונים.
המחבר מונה שמות הוי"ה בכל פרשה, ולמעשה מתברר כי לא מיניה ולא מקצתיה. הוא כותב במפורש שכוונתו לשמות הוי"ה ואף בסוף יורד לחשבונות של מופעים שונים של השם, ובוודאי אינו מכליל מלים שמוסבות על ה'.

למשל?

אני אישית לא בדקתי, אך הנ"ל הראה לי את העמוד הראשון שבו הוא מונה 1820 אזכורי הוי"ה בתורה, ועליו בונה תילי תילין.
קבצים מצורפים
אהבת תורה.JPG
אהבת תורה.JPG (78.48 KiB) נצפה 5423 פעמים

מה שנכון נכון
הודעות: 11953
הצטרף: ד' ינואר 29, 2014 10:37 am

Re: ספר אהבת תורה

הודעהעל ידי מה שנכון נכון » ב' דצמבר 25, 2017 5:08 pm

ואכן ע"פ בר אילן יש 1820. וכן כל השאר נכון ומדויק!
כנראה שאותו יהודי לא חישב את שם ה' שבא עם אותיות השמוש.

פלגינן
הודעות: 3251
הצטרף: ג' יולי 17, 2012 10:46 pm

Re: ספר אהבת תורה

הודעהעל ידי פלגינן » ב' דצמבר 25, 2017 5:46 pm

מה שנכון נכון כתב:ואכן ע"פ בר אילן יש 1820. וכן כל השאר נכון ומדויק!
כנראה שאותו יהודי לא חישב את שם ה' שבא עם אותיות השמוש.

מה כתבת בתיבת החיפוש?
נראה לי שהוא חיפש בלי מחשב, והנה בב"א אני מוצא בבראשית 34, בנח 11, לך לך 27, וזה לא מתאים לפירוט שלו.

מה שנכון נכון
הודעות: 11953
הצטרף: ד' ינואר 29, 2014 10:37 am

Re: ספר אהבת תורה

הודעהעל ידי מה שנכון נכון » ב' דצמבר 25, 2017 5:51 pm

ואני מוצא בדיוק כמו שהוא ציין. הן ב"חיפוש", הן באיתור במסמך. הן בשם ה' הן ביקוק.

לדוגמא בעלמא הנה הי"ד שבפ' נח (אולי לא שמת לב שלפעמים בפסוק אחד יש שני שמות):
נח.PNG
נח.PNG (7.23 KiB) נצפה 5386 פעמים

פלגינן
הודעות: 3251
הצטרף: ג' יולי 17, 2012 10:46 pm

Re: ספר אהבת תורה

הודעהעל ידי פלגינן » ב' דצמבר 25, 2017 6:07 pm

מה שנכון נכון כתב:ואני מוצא בדיוק כמו שהוא ציין. הן ב"חיפוש", הן באיתור במסמך. הן בשם ה' הן ביקוק.

לדוגמא בעלמא הנה הי"ד שבפ' נח:
נח.PNG

אתה צודק. חיפשתי ב-DBS ומצאתי 1819(?). כעת שמתי לב שבב"א מחשב תוצאה אחת כשיש מופע כפול בפסוק.
- - -
כעת נודע לי שגם הלה נעזר בבר אילן. ואתו תלין משוגתו..

מה שנכון נכון
הודעות: 11953
הצטרף: ד' ינואר 29, 2014 10:37 am

Re: ספר אהבת תורה

הודעהעל ידי מה שנכון נכון » ב' דצמבר 25, 2017 6:18 pm

פלגינן כתב:אתה צודק. חיפשתי ב-DBS ומצאתי 1819(?).

מחלוקתם היא בפסוק בהאזינו הלה' תגמלו זאת, דאם נחשב תיבה אחת א"כ יש לשם ה' ב' אותיות לפניו ואינו נמנה, ואם האות ה'א עומדת לעצמה נמנה. ודו"ק.
---
עכ"פ נפל פטפוטא בבירא.

פלגינן
הודעות: 3251
הצטרף: ג' יולי 17, 2012 10:46 pm

Re: ספר אהבת תורה

הודעהעל ידי פלגינן » ב' דצמבר 25, 2017 6:55 pm

יישר כח.

סמל אישי של המשתמש
מיללער
הודעות: 6520
הצטרף: ה' נובמבר 04, 2010 4:14 pm

Re: ספר אהבת תורה

הודעהעל ידי מיללער » ו' מרץ 19, 2021 4:18 am

קבלתי היום מאמר (באידיש) שנכתב ע"י החכם וסופר הרב רב"י קליין הי"ו, על הספר אהבת תורה וחשבונותיו הנפלאים, באמת, מעולם לא שמעתי על המחבר, על ספרו ועל החשבונות.

הספר אהבת תורה בה"ב
https://www.hebrewbooks.org/5635

טברייני
הודעות: 845
הצטרף: ב' פברואר 29, 2016 8:59 am
מיקום: טבריה, ישראל
שם מלא: עמוס חדד

Re: ספר אהבת תורה

הודעהעל ידי טברייני » א' מרץ 21, 2021 8:32 pm

מיללער כתב:קבלתי היום מאמר (באידיש)


זכנו אף אנו...

סמל אישי של המשתמש
מיללער
הודעות: 6520
הצטרף: ה' נובמבר 04, 2010 4:14 pm

Re: ספר אהבת תורה

הודעהעל ידי מיללער » א' מרץ 21, 2021 8:48 pm

טברייני כתב:
מיללער כתב:קבלתי היום מאמר (באידיש)


זכנו אף אנו...



1 8 2 0

דער מיסטעריעזער נומער 1820 - א סוד כמוס וואס לויפט ווי א געהיים שנירל דורכאויס דער תורה - א שטוינענד מבהיל׳דיגער גילוי וואס הרב פנחס זלמן הורוויץ פון קראקע האט מיט ארום 120 יאר צוריק אנטפלעקט אין דער תורה, און: אין דער הגדה של פסח.

מיט 116 יאר צוריק איז אין קראקע ערשינען א ספר ״אהבת תורה״. דער מחבר האט געהייסן הרב פנחס זלמן הורוויץ. דער ספר איז געדרוקט געווארן נישט מער ווי איינמאל און ביז מיט עטליכע יאר צוריק איז ער בכלל נישט געווען בנמצא. ערשט אין שנת תשס״ג איז דער ספר דאס ערשטע מאל איבערגעדרוקט געווארן.

וועגן דעם מחבר רבי פנחס זלמן הורוויץ זצ״ל איז גאר ווייניג באקאנט. מיר ווייסן נאר אז זיין טאטע איז געווען א דיין אין קראקע און אז פון דער מאמע׳ס זייט איז ער געווען אן אייניקעל פון הרה״ג רבי איציקעל האמבורגער זצ״ל, אב״ד קהילות אה״ו (אלטונע, האמבורג, ווענדסבעק).

וואס איז קלאר פון דעם ספר איז, אז דער בעל מחבר רבי פנחס זלמן הורוויץ איז געווען א גאון עולם, א בעל מקובל עצום און א מאטעמאטישער זשעני (genius).

ער איז אויך געווען וואס די גמרא אין קידושין (ל׳ ע״א) רופט אן סופר: ״לפיכך נקראו ראשונים סופרים שהיו סופרים כל האותיות שבתורה שהיו אומרים וא״ו דגחון חציין של אותיות של ס״ת, דרש דרש חציין של תיבות של ס״ת״. רבי פנחס זלמן הורוויץ האט ווירקליך געציילט די אותיות פון דער תורה און די גילויים וואס ער האט אנטדעקט וואלט קיין שום היינטיגער ראבאטישער קאמפיוטער נישט געקענט אנטפלעקן.

פונקט ווי דער מחבר איז אויך דער ספר במשך פון קרוב צו הונדערט יאר געווען אינגאנצן אומבאקאנט, הגם איין גלענצענדער חידוש פון דעם ספר איז יא געווען באקאנט האט אבער די וועלט נישט געוואוסט אז דאס ווארט קומט פון אים. טאקע אויף דער נארוואס דערמאנטער גמרא פון ״דרש דרש״ חציין של תיבות של ס״ת וואס איז לכאורה זייער שווער: ווען מ׳ציילט די ווערטער פון דער תורה איז דרש דרש בכלל נישט אין דער מיטן פון דער תורה, ענטפערט רבי פנחס זלמן הורוויץ א גלענצנדן תירוץ אין זיין ספר אהבת תורה.

״דרש דרש״ זאגט ער, איז די מיטלסטע פון די תיבות הכפולות, דאס הייסט פון די ווערטער וואס שטייען געטאפלט, צוויי מאל. אין דער תורה זענען פאראן 77 אזעלכע ווערטער, אנגעהויבן פון ״הרמש הרמש״ אין בראשית, ביז ״מטה מטה״ אין פרשת כי תבא. ״דרש דרש״ אין שמיני איז די 39סטע פון אט די תיבות הכפולות. אין דערמיט.

זיין גרעסטע און מבהיל׳דיגסטע אנטפלעקונג איז אבער דער גילוי איבער דעם נומער 1820, דער רז נפלא, א געהיימער סוד, א באהלטענער קאדעקס, וואס איז אזויפיל מאל איינגעווארצעלט און פארשטעקט אין דער תורה.

מיט זעקס יאר צוריק האבן מיר שוין געשריבן איבער דעם א מאמר אויף לשון הקודש, און שפעטער, מיט פיר יאר צוריק, אן ארטיקעל אויף ענגליש. וועלן מיר דאס יעצט צום ערשטן מאל שרייבן אויף אידיש. ווי געווענליך תמצית׳דיג און קאנדענסירט, א מיעוט המחזיק את המרובה.

——————
רבי פנחס זלמן הורוויץ האט געציילט די אותיות פון דער תורה און צווישן אנדערן אנטדעקט: פון ״בראשית״ ביז ״לעיני כל ישראל״ ווערט דער שם ה-ו-י-ה דערמאנט 1820 מאל.

אין ערשטן פרק פון זיין ספר אהבת תורה מאכט ער א רשימה וויפיל מאל דער שם ווערט דערמאנט אין יעדער פרשה. און דאן מאכט ער א סך הכל. ווי געזאגט איז דער סך הכל: 1820.

מיט הונדערט יאר שפעטער האט מען דאס, און זיינע אלע אנדערע גילויים, איבערגערעכנט מיט א קאמפיוטער און דער חשבון איז טאקע גענוי 1820.
————————-

מיר שטייען פונקט נאך שבת פרשת החודש. אלע ווייסן די רש״י, די ערשטע רש״י אין דער תורה: אמר רבי יצחק לא היה צריך להתחיל את התורה אלא ״מהחודש הזה לכם״ שהיא מצוה ראשונה שנצטוו בה ישראל.

ציילט פונם ערשטן פסוק אין דער תורה, בראשית ברא, ביז צו דעם פסוק מיט וואס די תורה וואלט זיך געדארפט אנהויבן, ״החודש הזה לכם״. וויפיל פסוקים זענען פאראן פון ערשטן פסוק בראשית ביז צו דעם פסוק החודש הזה לכם אין פרשת בא?

1820 פסוקים.

אדער: נעמט דעם ערשטן ווארט אין דער תורה, בראשית. לאמיר זען וואס עס זענען די ערשטע ווערטער אין די תורה וואס הויבן זיך אן מיט יעדן איינעם פון די זעקס אותיות פון ב-ר-א-ש-י-ת, דאס הייסט וועלכע איז דאס ערשטע ווארט אין דער תורה נאך בראשית וואס הויבט זיך אן מיט א ב׳? וועלכע מיט ר׳? וועלכע מיט אן א׳, מיט א ש׳, מיט א י׳, און מיט א ת׳?

זענען די ווערטער ווי פאלגענד:

ב׳: ברא
ר׳: רקיע
א׳: אלקים
ש׳: שמים
י׳: יום
ת׳: תדשא.

רעכנט צונויף אט די זעקס ווערטער. וויפיל באטרעפן זיי? דער צויבער מיסטעריעזער נומער: - 1820.

ברא = 203
רקיע = 380
אלקים (מיט א ה׳) = 86
שמים = 390
יום= 56
תדשא= 705
———————
סך הכל: 1,820.

——————————-
ציילט 1,820 אותיות נאך דעם ערשטן פסוק אין דער תורה. וועט איר אנקומען צו דעם פסוק וואו דער שם השם ווערט דאס ערשטע מאל דערמאנט אין דער תורה. דער שם פון 4 אותיות. ״ביום עשות ה׳ אלקים ארץ ושמים״.
——————————————

אדער: וואס איז דער סכום פון די ווערטער אין דער תורה וואס יעקב אבינו האט גערעדט צו רחל און לאה, און די ווערטער וואס יעקב האט גערעדט צו די שבטים ווען ער האט זיי געבענטשט פאר זיין פטירה? דער סכום איז 1,597. וויפיל ווערטער האט לאה גערעדט, איינשליסענדיג וואס זי האט געזאגט ווען זי האט געגעבן די נעמען פאר אירע קינדער? 107 ווערטער. און די צאל ווערטער וואס רחל האט גערעדט, איינשליסענדיג וואס זי האט גערעדט צו לבן? 116. יעצט לאמיר מאכן דעם סך הכל:

1597
107
116
——————
1820

—————————-

און וואס איז דער סכום פון די ווערטער וואס די שבטים האבן גערעדט אין חומש בראשית?

אין פרשת וישלח 53 ווערטער
פרשת וישב = 313 ווערטער
פרשת מקץ = 794
פרשת ויגש = 513
פרשת ויחי = 147.

דער סך הכל: 1820.

—————————-

אויך די צאל ווערטער וואס משה רבינו האט גערעדט אין דער תורה איז דער איבערראשענדער נומער פון 1820! אנגעהויבן פון זיינע ערשטע ווערטער אין דער תורה ״למה תכה רעך״, ביז צו זיינע לעצטע ווערטער ווען ער האט געבענטשט די אידן אין פרשת וזאת הברכה מיט די ווערטער ״ואתה על במותיך תדרוך״. דער סך הכל פון משה רבינו׳ס רייד איז גענוי 1820!
———————-

וואס איז געווען די צאל פון דער באפעלקערונג, דער דעמאגראפישער צענזוס, פון כלל ישראל אין מדבר?

אויף צוויי ערטער אין דער תורה, נאכן געבן די נדבות צו בויען דעם משכן און ביי דעם מספר אין פרשת במדבר, איז דער סכום גענוי אידענטיש: די באפעלקערונג פון מענער אין עלטער פון 20 און העכער איז באשטאנען פון 603,550 נפשות. שפעטער, נאכדעם ווי קרח ועדתו זענען איינגעזונקען אין דער ערד, איז די באפעלקערונג פארקלענערט געווארן. אין פרשת קרח רעכענט די תורה נאכאמאל אויס דעם צאל פון דער באפעלקערונג און עס האט באטראפן 601,730.

וויפיל איז דער אונטערשיד צווישן די צוויי נומערן?
1820.


603,550 -
601,730
————-
1,820


דער אונטערשיד אין דעם חשבון צווישן די צוויי ציילונגען איז אבער פיל מער שטוינענד און שאקירענד. דער דיפערענץ אין צענזוס צווישן פרשת במדבר און פרשת קרח איז אנדערש ביי יעדן איינציגן שבט. ביי געוויסע שבטים איז דער חשבון אין פרשת קרח ווינציגער ווי אין פרשת במדבר און ביי געוויסע שבטים איז דער חשבון מער.

דער עיקר נפקא מינה אין חשבון כאפט ביי די פאלגענדע 6 שבטים: ראובן, גד, אפרים, בנימין, אשר, נפתלי. וואס שייך די אנדערע 6 שבטים, כאטש דער סכום איז ביי איינעם מער פון פריער און ביי איינעם ווינציגער ווי פריער, גלייכט זיך אבער דער סך הכל אויס ווען מ׳רעכענט צונויף די זעקס. ביי די שבטים פון ראובן, גד, אפרים, בנימין, אשר און נפתלי איז דא דער דעפערענץ פון גענוי 1820.

וואס איז געוואלדיג איבערראשענד איז אז ווען מ׳רעכנט צונויף די גימטריא פון די נעמען, וויפיל ס׳באטרעפן די נעמען פון אט די 6 שבטים, איז דער סך הכל גענוי 1820.

ראובן = 259
גד = 7
אפרים = 331
בנימין = 152
אשר = 501
נפתלי = 570

סך הכל: 1,820

די נעמען פון די 6 שבטים, וואס דוקא ביי זיי ווערט געשאפן דער אונטערשיד פון 1820 צווישן די צוויי ציילונגען, באטרעפן די נעמען פון אט די 6 שבטים גענוי 1820!

—————-
איידער מיר ברענגען נאך דוגמאות ווילט זיך דאך זיכער פרעגן: וואס שטעקט אין דעם נומער 1820, וועלכער איז קענטיג א פארבארגענער סוד באהאלטן אין דער תורה? מיר זענען נישט קוואליפיצירט מסביר צו זיין אדער אפילו צו פארשטיין רבי פנחס זלמן הורוויץ׳ס הסברים וואס ער קלערט אויף דורך פנימיות התורה, וואס זענען למעלה מהשגתנו. וועלן מיר ברענגען דעם איינפאכסטן הסבר וואס ער גיט מסוד ה׳ ליראיו.

״סוד ה׳ ליראיו״ איז טאקע דער הסבר וואס מיר קענען פארשטיין.

וויפיל באטרעפט ״סוד״? 70.
און וויפיל באטרעפט דער שם? 26.

וויפיל איז 70 מאל 26?

1,820 !
————————————
רבי פנחס זלמן איז מגלה נאך א וואונדערליכען סוד וויאזוי דער נומער 1820 איז מיסטעריעז פארבינדן מיטן שם. דער שם באטרעפט דאך 26. און דער שם וואס מ׳זאגט אנשטאט ארויסזאגן דעם שם באותיותיו, דער שם פון אל״ף דל״ת נו״ן יו״ד, באטרעפט דאך 65. וואס איז דער דיפערענץ צווישן 26 ביז 65? 39.

וואס האט דאס מיט 1820?

ובכן, לאמיר צונויף רעכענען אלע נומערן פון 26 ביז 65. א פשוטן חשבון פון פלוס. 26 פלוס 27, פלוס 28, פלוס 29, פלוס 30..... און אזוי ממשיך זיין ביז ארויף, 65+64+63+62+61+60

וויפיל וועט זיין דער טאטאל, דער סך הכל?

גענוי 1820.
————————-
אז מ׳שרייבט עשרים שש מיט די מילויים, עי״ן, שי״ן, רי״ש, יו״ד, מ״ם, שי״ן, שי״ן, באטרעפט עס: 1820.
———————-
דאס ערשטע ווארט אין דער תורה, ״בראשית״, מיטן מילוי, באטרעפט עס 1820.
בי״ת = 412
רי״ש = 510
אל״ף = 111
שי״ן = 360
יו״ד = 20
תא״ו = 407
———————
סך הכל: 1820.

———————————-
די צאל ווערטער אין תפילת מוסף פון ראש השנה, פון כי שם השם אקרא ביז יהיו לרצון, איז 1820.

———————————-

דאס ערשטע ווארט און דאס לעצטע ווארט פון יעדן פון די 3 ברכות פון ברכת כהנים, יברכך וישמרך, יאר ויחנך, ישא שלום, באטרעפט 1820.
————————
מיר שטייען יעצט נאך די ימי מילואים און דעם ויהי ביום השמיני פון הקמת המשכן. די גמרא זאגט אין מסכת גיטין דף ס׳: ״שמונה פרשיות נאמרו ביום שהוקם המשכן״. האט רבי פנחס זלמן הורוויץ אפגעציילט וויפיל ווערטער ס׳געפינען זיך אין די אכט פרשיות (אין פרשת שתויי יין, פון יין ביז משה, אין פרשת אחרי פון דבר אל אהרן אחיך ביז אחת בשנה א. א. וו.) און ווי איר פארשטייט שוין מסתמא אליין האט רבי פנחס זלמן געטראפן אז די 8 פרשיות האבן אין זיך גענוי 1820 ווערטער.

———————————
ער האט אנטדעקט אז די צאל אייגענארטיגע ווערטער אין דער תורה, די שורשים, זענען 1820. מיט שורשים מיינט מען ווערטער וואס ווערן נישט איבערגע׳חזר׳ט, צי אלס דאס זעלבע ווארט אדער דאס זעלבע ווארט אין אן אנדערער אויסדרוק פון לשון עתיד אדער לשון עבר, אדער לשון רבים וכדומה. צום ביישפיל אין ערשטן פסוק איז דאס ווארט ״בראשית״ א שורש. אויך ברא, אויך אלקים, אויך את און אויך השמים. אבער דאס נעקסטע ווארט ״ואת״, איז שוין נישט קיין נייער שורש. ווייל ס׳איז שוין פריער דערמאנט געווארן ביי את השמים. אין גאנץ פרשת וזאת הברכה זענען פאראן נישט מער ווי 13 נייע ווערטער, פון א נייעם שורש, וואס איז נאך נישט פריער דערמאנט געווארן אין דער תורה. די 13 ווערטער זענען: הופיע, ואתה, אשדת, חובב, ידיד, חופף, אפסי, שפע, שפוני, יזנק, ודרום, דבאיך, שחקים. על כל פנים, איז דאס פלאי פלאים: אין דער גאנצער תורה זענען פאראן א סך הכל פון 1820 שורשים׳דיגע ווערטער.

———————————-

וואס האט דאס אלץ צו טאן פונקט איצט פאר פסח?

וואונדער איבער וואונדער. רבי פנחס זלמן הורוויץ האט געציילט אויך די ווערטער פון דער הגדה און אנטדעקט:

די צאל ווערטער אין דער הגדה, פון הא לחמא עניא ביז נאך גאל ישראל, איז:

1820!

דער סכום ווערטער איז לויט דעם אריגינעלן נוסח פון דער הגדה פון רמב״ם און פון רב האי גאון. אין די היינטיגע הגדות זענען פאראן 19 ווערטער מיט שינויי נוסחאות, ווי די ווערטער ״ואעבור עליך ואראך מתבוססת בדמיך״, וואס זענען איינגעריגעלט אין רוב הגדות און געפינען זיך נישט אין די אריגינעלע ערשטע הגדות. רבי פנחס זלמן הורוויץ איז מגלה וואונדערליכע גילויים על פי קבלה אויך אין די 19 ווערטער.

——————————-
אחד מי יודע.

נישט ווינציגער וואונדערליך און איבערראשענד איז זיין גילוי אינם פיוט אחד מי יודע. אויך אין דעם פזמון ליגט באהאלטן דער נומער 1820.

אז מ׳רעכענט צונויף אלע נומערן וואס ווערן אויסגערעכנט אין דעם פזמון און וויפיל מאל זיי ווערן אויסגערעכנט איז דער סך הכל 1820. דהיינו:

דער נומער איינס, ״אחד״ מי יודע, ווערט אויסגערעכנט 13 מאל. ווייל אין יעדען איינעם פון די 13 שטאפלעך, אחד מי יודע, שנים מי יודע, און אזוי ווייטער, ווערט ער דערמאנט: אחד אלוקינו שבשמים ובארץ.

דער נומער צוויי, שנים מי יודע, ווערט נאר דערמאנט 12 מאל. דער נומער 3 ווערט דערמאנט 11 מאל, און אזוי ווייטער.

יעדעס מאל וואס א נומער ווערט דערמאנט ווערט דער סכום צוגעלייגט. למשל: דער נומער צוויי. דאס ערשטע מאל וואס 2 ווערט דערמאנט אין דער שורה פון שניים מי יודע איז צוויי. דאס צווייטע מאל וואס צוויי ווערט דערמאנט, אין דער שורה פון שלושה מי יודע, ווערט צוגעלייגט 4. דאס דריטע מאל וואס צוויי ווערט דערמאנט, אין דער שורה פון ארבע מי יודע, ווערט צוגעלייגט 6. און אזוי ווייטער. דאן דארף מען צונויפרעכנען דעם סך הכל פון יעדן נומער. ביי דעם נומער איינס, ביי אחד מי יודע, איז דער סך הכל 91.
איינס פלוס צוויי פלוס דריי, ביז 13 איז 91. ביי דעם נומער 2 איז עס 2 פלוס 4, פלוס 6, פלוס 8, ביז 24. איז דער סך הכל 156. ביי נומער 3 איז עס 198. אזוי ביז שלשה עשר וואס ווערט נאר איינמאל דערמאנט איז עס 13.
אז מען מאכט דעם סך הכל פון אלע נומערן: 91 פלוס 156, פלוס 198, פלוס 220, פלוס 225, פלוס 216, פלוס 196, פלוס 168, פלוס 135, פלוס 100, פלוס 66, פלוס 36, פלוס 13. איז דער סך הכל: 1820!

פלאי פלאים.

מיר האבן געבראכט בלויז א קליינעם טייל פון וואס רבי פנחס זלמן סג״ל הורוויץ ברענגט אין זיין ספר אהבת תורה.


כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות.

חג כשר ושמח.

פרשת ויקרא תשפ״א
ברוך יודא קליין.

ספרים וועלט
הודעות: 1267
הצטרף: ו' פברואר 27, 2015 8:50 pm

Re: ספר אהבת תורה וחידושיו בחשבון המספר הפלאי 1820

הודעהעל ידי ספרים וועלט » ב' מרץ 22, 2021 12:43 am

האם איזשהו הסבר על מספר הנפלא של 1820?
המספר של תפילת מוסף של ראש השנה, הוא לנוסח ספרד, אשכנז ע"מ או תימן?
כנ"ל לגבי הגדה של פסח, זה לפי סידור רב עמרם גאון או לפי נוסח הרמב"ם או לפי כולם?

כח עליון
הודעות: 566
הצטרף: ה' דצמבר 08, 2016 8:08 pm

Re: ספר אהבת תורה וחידושיו בחשבון המספר הפלאי 1820

הודעהעל ידי כח עליון » ב' מרץ 29, 2021 1:57 pm

כמעט ואין בין החשבונות שלו חשבון נקי בלי תוספות הסברים והנחות מוקדמות.
ליקטתי את היותר 'מבוססים' ויוצאי דופן,
התוצאה לא מיוחדת:


1. מס' פעמים שם ה' בתורה - א'תת"ך.
2. בראשית. בלי הא' (ע"פ הזוהר) - ב' פעמים רשית – א'תת"ך.
3. ע' שמות להקב"ה (ע"פ המדרש) 70 פעמים 26 – א'תת"ך
4. כח פעמים שם אדנות (יגדל נא כח אד') – א'תת"ך.
5. והאדם ידע את חוה אשתו. תיבת חוה היא התיבה א'קינ בתורה ועם 'אשתו' עולה א'תת"ך, והיינו רמז על יחוד השם ב"ה ולכן תיבת ידע היא התיבה א'קי"א בתורה דהיינו 1111 הכל ביחוד, וכן 'ויבא אליה יעקב' גבי בלהה תיבת ויבא היא תיבה 111111 בתורה, והיה אז ביחוד גמור כי אצל לאה היה בטעות ואצל רחל היתה אחות אשתו.
6. מספר תיבות דברי יעקב + רחל + לאה (מתוכם ל"ד דברי רחל ולאה כפול) - א'תת"ך.
7. מספר תיבות דברי י' שבטים - א'תת"ך.
8. תפארת נצח הוד יסוד מלכות עולה א'תת"ך, וכן יקרא במדבר דברים שהמה כנגד אלו ה' הספירות עולה ג"כ א'תת"ך אם תחשוב את האלף מן ויקרא ל1000 (וע"ז מרמז א' זעירא).
9. כתר חכמה בינה דעת חסד גבורה רחמים – א'תת"ך.
10. בספר מחיר יין להרמ"א ז"ל כתב על אחשורוש כי רומז על השם ב"ה, נראה כי רומז אלף מן אחשורוש ל1000 והשאר על תת"ך.
11. מתוך התיבות הכפולות, הראשון האמצעי והאחרון, 'הרמש' 'בבקר' 'אני' כפול ב' – אתת"ך.
12. אחר התיבות הכפולות 'אמן אמן' הוא 'עשרה עשרה' - כ' פעמים אמן – א'תת"ך.
13. מנין תיבות הגדש"פ מ'הא לחמא' עד 'גאל ישראל' - א'תת"ך.
14. מנין תיבות מוסף של ר"ה אשכנז - א'תת"ך.
15. ק' תקיעות (ט' מאות טרמוטין) + תקיעה גדולה (עוד י' טרמוטין) = סה"כ תשר"י. כפול ב' ימים – א'תת"ך.
16. תקיעה (גי' שופ"ר עה"כ) + שברים תרועה (עה"כ) – א'תת"ך.
17. 'אמור' מלא וי"ו לרמז על שש ברכות. ונראה כי תחלת כל ברכה וסוף כל ברכה דהיינו 'יברכך' 'וישמרך' 'יאר' ויחנך' 'ישא' 'שלום' – א'תת"ך.
18. ראש תוך וסוף פ' ויכולו ('ויכולו' 'אשר' 'לעשות') – א'תת"ך
19. חשבון שני אברהם שרה יצחק יעקב לוי עמרם אהרן משה בפרטות כ"א עם חשבון הכל – א'תת"ך.
20. מנין השרשים בתורה – א'תת"ך.
21. תורה כהונה מלכות עם י"ג אותיות עולה י"ב מאות, ועם כתר - א'תת"ך.


חזור אל “מטפחת ספרים ועיטור סופרים”



מי מחובר

משתמשים הגולשים בפורום זה: אין משתמשים רשומים ו־ 679 אורחים