איך ליין די מודעות, ס'כאפט מיר אן אזא גלוסטעניש צו קויפן דעם "אוצר", איך בעט אבער מ'זאל עס אויך מסביר זיין אין אידיש.
1. וויפיל קאסט עס? [דעם גאנצן פעקעדזש/חלקים וכו']
2. וואס מיינט "בדיסק קשיח" און וואס מיינט "מקוון"
3. וואס איז די חילוק פון: 1. 'אוצר החכמה' המלא 36,000 ספרים 7,500 ₪ , און 2. מהדורת ספריה 36,000 ספרים 4,450 ₪ , ביידע האבן די זעלבע סכום ספרים! ובכלל "אוצר החכמה שרייבט אז זיי פארמאגן 42,000 ספרים, פארוואס ביי "אוצר החכמה המלא" שטייט נאר 36,000?
בקיצור אויב מ'קען איבערטייטשן דעם בלעטל אויף אידיש - http://www.otzar.org/mehiron-yechidim.asp - [אנדערע בלעטער פון די עדווערטייזמענט, וואלט אויך נישט געשאדט.. איר קענט נאר פארדינען דערפון אז ס'איז געשריבן אין אידיש, איך קען טויזענטער אינגעלייט [בליעה"ר] וואס רעדן בלויז אידיש...]
הצלחה וברכה.
יא נאך איין פראגע, שמעתי מאחורי הפרגוד אז איר האט נישט אויפגעהערט און איר לייגט כסדר צו נאך און נאך ספרים לרוות צמאון כל בית ישראל, איך הער איר באנייט דעם נייעם גירסא נומ. 9 אי"ה דעם קומענדיגן חנוכה תשע"א. ווילט זיך פרעגן: אויב קויפט מען דעם יעצטיגן גירסא נומ. 8, קען מען שפעטער "צובאקומען" די איבריגע ספרים פאר א נארמאלן פרייז, צו מ'מוז קויפן דעם נייעם פאר פולן פרייז?
בקיצור, ליינענדיג נאר אידיש קען איך שווער אויפכאפן וויאזוי דאס ארבעט. טאטע לעבן איך האב דיר געפרעגט וכו' וכו'
המחכה לתשובה
יגר'ל
מאתרא קדישא "אידישע וועלט"