הודעהעל ידי אהרן תאומים » ג' יוני 02, 2020 8:28 pm
ב"ה פגשתי את הרה"ג ר' אברהם מייזעלס שליט"א
ושאלתי אותו על המספרים וענה לי שלהכל יש הסבר מדוייק והדברים נפלאים,
אני מעתיק כאן ברשותו עוד מתורתו באידיש, וכן חוברת מטבע של אש להורדה עם כל המספרים
אויך אין ש״ס און שולחן ערוך
בשייכות מיט וואס מיר האבן די פארגאנגענע וואך געשריבן איז כדאי צוצולייגן וואס דער סקולענער רבי הגה״צ רבי ישעי׳ יעקב פארטוגאל שליט״א זאגט אפט נאך פון ר׳ אברהם מייזעלס, אז זיין זיידע הרה״ק רבי אליעזר זוסיא זצ״ל איז נסתלק געווארן אין יאר ה׳ אלפים תשמ״ב, און פסוק ה׳ אלפים תשמ״ב איז דער פסוק: ״ועתה כתבו לכם את השירה הזאת ולמדה את בני ישראל שימה בפיהם למען תהיה לי השירה הזאת לעד בבני ישראל״. און פון סוף תורה אויף צוריק איז ה׳ תשמ״ב דער פסוק ״הוא היה אבי כל תופש כנור ועוגב״.
———————
ענליך צו די באהאלטענע רמזים אין דער תורה פון וואס מיר האבן געשריבן די פארגאנאגענע וואך זענען פאראן בלי שיעור פלא׳דיגע רמזים אין ש״ס און שולחן ערוך.
דער ערשטער צו שרייבן דערוועגן איז געווען דער יעב״ץ. בעיקר וועגן די סימנם אין שולחן ערוך. ער דערמאנט דאס מערער מאל אין זיינע ספרים.
די אמיימסטענס באקאנטע איז וואס ער שרייבט אין זיין עמדין סידור ביי הלכות שופר:
״דבר נפלא״, שרייבט רבי יעקב עמדין, ״קרה בטור ׳אורח חיים׳ בסימניו, שנזדמנו דיני שופר בסימן השווה עם גימטריא שלו, תקפ״ו, ואף על פי שלא נתכוון המחבר לכך, מכל מקום נפל האמת באמת, להראות כי מן השמים הסכימו על ידו, לפי שעשה חיבורו לשם שמים, וכל העוסקים במלאכת שמים לשמה, מראין להם סימן טוב מה שלא עלה על דעתם״.
מיט 260 יאר צוריק האט איינער פון די תלמידי בעל שם, הגאון האדיר רבי מאיר מרגליות דער בעל ״מאיר נתיבים״, געדרוקט א גאנץ ספר אויף דעם מהלך. דער ספר ״אור עולם״ אנטהאלט א תמצית פון אלע ארבע חלקי שולחן ערוך, געשריבן אין חרוזים, יעדער חרוז אויף אן אנדערן סימן פון שולחן ערוך, אין א פארמאט וואס דערמאנט די ״אזהרות״ אויף שבועות. דער ספר האט די הסכמה פון דעם סניגורן של ישראל דער הייליגער רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זי״ע, און אנדערע גדולי ישראל.
אט זענען עטליכע לייכטע אזעלכע רמזים פון היינטיגע מחברים. למשל אין שולחן ערוך אורח חיים:
דיני לידה בשבת געפינט זיך אין סימן ש״ל - לידת שבת. סימן של״ב איז די דינים ש׳לא ל׳ילד ב׳המה. סימן של״ג רעדט זיך פון ש׳לא ל׳השוות ג׳ומות. סימן של״ד, ש׳לא ל׳כבות ד׳ליקה. סימן תק״ץ רעדט זיך וועגן דער צאל תקיעות ראש השנה - ת׳שע ת׳קיעות צ׳ריך. (מדין תורה, ווי דער מחבר זאגט אין ערשטן סעיף).
הגאון ר׳ יעקב חיים סופר שליט״א פון ירושלים, מחבר פון איבער 80 ספרים האט אין זיין ספר ״ברית יעקב״ סי׳ מ״א א ליקוט פון אזעלכע רמזים פון פארשידענע ספרים. צווישן אנדערן:
הלכות מילה הויבט זיך אן אין יו״ד סימן ר״ס: בגימטריא: פינחס אליהו, וואס קומט צו יעדן ברית. סימן ער״ה אין או״ח רעדט זיך וועגן די פרשיות פתוחות וסתומות שבתורה. סך הכל זענען דא 275 פרשיות פתוחות וסתומות אין דער תורה.
סימן ש״ה אין יורה דעה, הלכות פדיון הבן, פארמאגט ל״א סעיפים. מרמז צו זיין אז א פדיון הבן מוז געמאכט ווערן ביום ל״א.
אין די ד׳ חלקי שולחן ערוך זענען דא א סך הכל פון 1705 סימנים. דורשי רשומות זאגען אז דאס איז מרומז אין דעם פסוק ואת האלף ושבע המאות וחמשה ושבעים עשה ווים לעמודים, אז אין די שבעים שנותיו של אדם עשה ווים לעמודים, דארף מען לערנען די ואת האלף ושבע המאות וחמשה סימנים אין שולחן ערוך.
הרה״ג ר׳ אברהם מייזעלס האט געטראפן א געוואלדיגן רמז. אורח חיים, יורה דעה, אבן העזר, חשן משפט, באטרעפן 1705, גענוי ווי דער מספר פון די סימנים אין שולחן ערוך.
אנדערע האבן געטראפן ענליכע גילויים אויף די דפים פון ש״ס, הגם די דפים פון ש״ס זענען ערשט אויסגעשטעלט געווארן מיט 500 יאר צוריק ווען דער ערשטער ש״ס איז געדרוקט געווארן צווישן די יארן ר״פ - רפ״ג, איז עס אויך אויסגעשטעלט מיט א באזונדערע סייעתא דשמיא אז מ׳קען דערין געפינען אן א שיעור טרעפליכע רמזים.
באקאנט וואס דער חתם סופר שרייבט אז מסכת שבועות וואס האט 49 בלעטער און א סך לערנען עס אין די ימי הספירה יעדן טאג א בלאט צווישן פסח און שבועות. זאגט דער חתם סופר אז אויף דף ל״ד וואס מ׳לערנט ל״ג בעומר שטייט ״רבי שמעון אומר וגו׳ מחכו, עלה במערבא. א רמז אויף דער שמחה פון ל״ג בעומר.
די מעשה פון רבי שמעון בר יוחאי׳ס באהאלטן זיך אין דער מערה שטייט אין מסכת שבת אויף דף ל״ג. דערצו איז עס דאס 33סטע מאל וואס רבי שמעון ווערט געברענגט אין ש״ס.
פאראן א ספר ״אוצר לשון התלמוד״ פון הג״ר חיים יהושע קאסאווסקי ז״ל וועלכער רעכנט אויס וויפיל מאל יעדעס ווארט ווערט דערמאנט אין ש״ס. זעט מען דארט ווי צענדליגער ווערטער און ענינים ווערן דערמאנט גענוי וויפיל עס איז דער גימטריה פון דעם ווארט אדער ענין. עטליכע ביישפילן: קנ״ז מאמרים וואס רעדן פון זקנה, כמנין זק״ן. 100 מאמרים וואס רעדן פון כלים, כמנין כלים. אליהו הנביא ווערט דערמאנט 130 מאל, כמנין שמו עם האותיות. חנוכה ווערט דערמאנט 8 מאל אין משניות. (ר׳ אברהם מייזעלס זאגט אז אויך אין תנ״ך ווערט דער שורש פון חנוכה דערמאנט 8 מאל).
דער טריסקער מגיד האט אמאל פארהערט זיינע קינדער מסכת סוכה. האט ער זיי געפרעגט וויפיל סארט סוכות כשירות און וויפיל סארט סוכות פסולות ווערן אויסגערעכנט אין דער מסכת. ווען זיי האבן נישט געוואוסט האט ער זיי געזאגט: ס״ו סוכות כשרות און כ״ה פסולות, כמנין ״סוכה״.
דער אסטראווצער גאון הגה״צ רבי מאיר יחיאל האט כידוע געפאסט 40 יאר, האבענדיג פאראויסגעזען דעם לעצטן נאצי חורבן. האט מען אמאל געזאגט אז ער קען דאך עסן צוקערלעך פון א פדיון הבן וואס איז כאילו התענה פ״ד תעניתים. האט ער געענטפערט אז דער כאילו התענה איז נאר אויף די עבירות וואס זענען ״כאילו״, ווי המתגאה כאילו עובד ע״ז. און אז אין גאנץ ש״ס ווערן אויסגערעכנט פ״ד עבירות וואס זענען כאילו....
אין ש״ס זענען דא 2,711 דפים. זאגט ר׳ אברהם מיייזעלס א וואונדערבארן רמז אויף די 10 בני רב פפא וואס מ׳זאגט ביי א הדרן. די בני רב פפא: חנינא, רמי, נחמן, אחאי, אבא מרי, רפרם, רכיש, סורחב, אדא, דרי (מיט א יו״ד ווי עס שטייט אין טייל דרוקן), צוזאמען מיט רב פפא, באטרעפן 2,711, כמנין הדפים בש״ס. והוא פלא.
—————
אין ספה״ק ״מגלה עמוקות״ פ׳ ויצא ווערט געברענגט אז יעקב אבינו האט זוכה געווען צו די ברכות פון זיין טאטע׳ן יצחק בשנת ס״ג לחייו ווייל אין די 14 יאר וואס ער איז געווען נטמן בבית שם ועבר האט ער געלערנט די ס״ג מסכתות, כמנין ״אבני״ המקום. האבן מיר געטראכט אז אפשר איז דאס אויך מרומז אין דעם וואס מסכת ״ברכות״ פארמאגט ס״ג דפים. עס הויבט זיך דאך אן אויף דף ב׳.
-
קבצים מצורפים
-
- Binder2.pdf
- (3.82 MiB) הורד 245 פעמים